
בקיצור, א קאנאל וואס ברענגט אייך די נייעס אויף היימישע מאמע לשון, אן קיין מיינוגען אדער שיטות. זיך צו פארבינדן מיט אונז: [email protected]
Joined April 2026
- Tweets2.6K
- Following7
- Followers276
- Likes76
דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים מיניסטאר בארט דע וועווער, אים בעטנדיג צו פארזעצן בודזשעט געשפרעכן מיט די פינף פארטייען, נאך וואס די פארהאנדלונגען זענען צוזאמגעפאלן פריער אין וואך.
בעלגיע געפינט זיך אין שווערע חובות, און די אייראפעאישע פאראיין דרוקט זיי צו שניידן דעם דעפיציט. דער פריים מיניסטאר, וועמענ'ס קאאליציע באשטייט פון פינף פארטייען, האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף אן אפמאך צו שניידן דעם בודזשעט.
אצינד, ווען דער קעניג האט אפגעווארפן זיין רעזיגנאציע פארלאנג, האבן די פארטייען צוגעזאגט צו טרעפן א לעזונג פאר א 3-יאריגער בודזשעט פלאן.
טעסלא וועט אפשטעלן די פראדוקציע פונעם סייבער-טראק ביי איר טעקסעס פאבריק נאך יארן פון שוואכע סעילס, און וועט אנשטאט אנהייבן פאקוסירן אויף איר נייע סייבערקעפּ טעקסי.
סייבער-טראק סעילס אין אמעריקע איז געפאלן מיט 48% צו 20,237 אין 2025, אסאך נידריגער ווי אילאן מאסק'ס ארגינעלע ציל פון 250,000 יערליך.
מאסק האט אנגערופן דעם שריט דער ''ענדע פון אן עפאכע,'' אין א צייט וואס טעסלא האט אנגעהויבן שטארק פאקוסירן אויף אטאנאמישער קארס און ראבאטן.
דייטשלאנד'ס פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט געווארנט אז רעדוצירן די מאס וויפיל דאס לאנד פארלאזט זיך אויף אמעריקאנער וואפן קען שעדיגן די באציאונגען מיט וואשינגטאן.
אמעריקע האט סופלייט 37% פון דייטשלאנד'ס וואפן אימפארטס צווישן 2021 און 2025.
באאמטע זארגן אז די ווילן פון דייטשלאנד צו זיך ווייניגער פארלאזן אויף אמעריקע, קען שעדיגן פארטיידיגונגס קאאפעראציע אינאיינעם מיט דייטשלאנד'ס ראלע אין פראדוצירן אמעריקאנער וואפנס.
• פאליטיקא •
די נאציאנאלע קעפיטאל פלאנירונג קאמיסיע האט באשטעטיגט טראמפ'ס געפלאנטע 250 פיסיגע טויער אין וואשינגטאן, אויפמאכנדיג דעם וועג צו זאפארט אנהייבן קאנסטרוקציע. אבער בלויז א קורצע צייט שפעטער, האט א ריכטער ארויסגעגעבן אן אורטייל צו צייטווייליג אפשטעלן די קאנסטרוקציע ארבעט, נאך וואס די פראיעקט שטייט אויס לעגאלע אמפערייען.
דער פרעזידענט פון פאראגוויי האט רעזיגנירט אינמיטן א שווערע באנק קריזיס וואס האט געברענגט צו די צוזאמפאל פון די דיגיטאלע אוענא באנק, מיט וועלכע דער פרעזידענט האט אמאל געהאט ביזנעס באציאונגען.
די צוזאמפאל האט איבערגעלאזט איבער 3 מיליאן מענטשן - וואס קומט אויס נאנט צו האלב פון די פאפולאציע - אן קיין צוטריט צו זייער אקאונטס.
אכט באנק עקזעקיוטיווס זענען ארעסטירט געווארן, און דער צענטראלער באנק טשיף האט רעזיגנירט.
מאסיווע פראטעסטן האבן אויסגעבראכן איבער'ן לאנד, און ביידע פארטייען האבן גערופן צו די רעזיגנאציע פונעם פרעזידענט, עפעס וואס היינט פאסירט ווען דער פרעזידענט האט רעזיגנירט פון אמט.
מארקא רוביא האט אין אן אינטערוויו מיט די ניו יארק טיימס געלייקנט די באריכטן אז ער זאל האבן געפלאנט צו פארלאזן די אדמיניסטראציע, און זיך אנטזאגט צו דיסקוטירן א 2028 פרעזידענטליכע פארמעסט.
רוביא זאגט אז סערווירן ביז די ענדע פון טראמפ'ס טערמין ''איז אלץ געווען מיין פלאן'', צולייגענדיג, ''איך גלייך זייער די ארבעט וואס איך טו.''
ווען ס'איז געקומען צו די מלחמה מיט איראן, האט רוביא פארטיידיגט טראמפ'ס באשלוס צו גיין אין מלחמה, כאטש וואס ער האט מודה געווען אז דאס האט געהאט א שטארקע פאליטישע אימפאקט.
רוביא זאגט אז טראמפ דארף באקומען ''א מאסיווע צאל פון קרעדיט'' פאר'ן נעמען שריט טראץ די אומפאפולערקייט פון עס, צולייגענדיג אז פירערשאפט פארלאנגט צו טון זאכן וואס זענען מעגליך נישט ''ספעציעל פאפולער אדער באקוועם'' אבער זענען וויכטיג פאר דאס לאנד'ס צוקונפט.
די אמעריקאנער סטאק מארקעט האט געזען מאסיווע פארלוסטן נאכפאלגנדיג די פרעצעדענטלאזע דעמאקראטישע מידטורם געווינסן.
די S&P 500 איז געפאלן מיט 4%, די נעסדעק איז געפאלן מיט 5.1%, און די נעסדעק-100 האט געטראסקעט מיט 5.2%, פארמעקנדיג איבער 2 טריליאן דאלער פונעם סטאק מארקעט.
זארג איבער עי-איי אינוועסטירונגען האט אויך געטריגערט פארלוסטן, מיט נעווידיע וואס איז געפאלן מיט נאנט צו 9%, די פילאדעלפיע סעמיקאנדאקטער אינדעקס האט פארלוירן איבער 10%, בשעת טעסלא האט אויך געכאפט א 12% טראסק.
פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט געטראפן מיט נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע צו דיסקוטירן די מלחמה מיט איראן, שטייענדיג נאך די מידטורמס.
ביים זיצונג איז געווארן פארגעלייגט דריי אפציעס פאר טראמפ: אנהייבן א סעריע אטאקעס, פארזעצן מיט די עקענאמישע דרוק, אדער מאכן א דיעל.
אונטער אן אפמאך, וועט אמעריקע דארפן אויפפירן איראנער געלטער און אראפנעמען די וואסער בלאקאדע. איראן וועט אין אויסטויש ארויסשיקן אן אפציעלע איינלאדענונג פאר די אטאמישע ענערגיע אגענטור צו קומען באזוכן די נוקלעארע צענטערן, און נאכפאלגנדיג די אינפעקציע פון די אגענטור, וועלן זיך אנהייבן געשפרעכן איבער איראנ'ס בארייכערטע אוראניום וואס וועט נאכפאלגן מיט די עפענונג פונעם הארמוז וואסער וועג.
טראמפ האט דערווייל נישט געמאכט קיין באשלוס, און סענטקאם מאכט ווייטער צוגרייטונגען צו קענען פארזעצן מיט אטאקעס צו לאזן די אפציע פון מיליטערישע שריט אפן פאר'ן פרעזידענט.
• אקסיאס •
די ווייסע הויז האט געווארנט מער ווי 3,000 קאנסערוואטיווע גרופעס אז זי קוקט נאך זייערע פובליק סטעיטמענטס נאכפאלגנדיג די רעפובליקאנער מידטורם פארלוסטן.
די ווארענונג קומט אין א צייט וואס רעפובליקאנער באשולדיגן טראמפ'ס טאריפס און די מלחמה מיט איראן אין אנברענגען די פארלוסטן, און די ווייסע הויז זוכט צו פארמיידן פאליטישע קאנפליקטן אינערהאלב די אדמיניסטראציע.
די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז די ווארענונג איז נישט עפעס ערנסט, נאר איז געצילט צו צוזאמהאלטן די שטייגנדע-צעטיילטע קאנסערוואטיווע קאאליציע.
• וואל סטריט זשורנאל •
דער איראקער פריים מיניסטאר אלי אל-זאאדי, האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעזידענט טראמפ צו דיסקוטירן רעגיאנאלע אנטוויקלונגען, זיכערהייט זארגן און פריאריטעטן פאר די קומענדיגע שטיק צייט.
אל-זאאדי האט קלאר געשטעלט איראק'ס צוזאג צו רעספעקטירן נאצינאלע זיכערהייט און פארמיידן איראקער טעריטאריע פון גענוצט ווערן צו אטאקירן דערנעבנדיגע לענדער.












